ניו יארק סיטי – די נייעסטע סארט באן וואס ניו יארק סיטי פארמאגט, האט ניטאמאל געקענט זיין איין גאנצער טאג אויף די שינעס אן דעם וואס עס זאל זיך אנשטויסן אין פראבלעמען. דער "אר-179" באן, פון דער קאנאדישער "באמבארדיער" פירמע, איז אויספרובירט געווארן אויף די שינעס אין קווינס די וואך זונטאג, אבער באלד האבן זיך אנגעהויבן עטליכע פראבלעמען, ערשטנס ווען א בלויע פלאסטישע לעוואר האט געלאנדעט אויף די שינעס און די נייע באן איז עס איבערגעפארן, וואס האט געברענגט אז מ'זאל אפשטעלן די באן און אלע פאסאזשירן האבן געמוזט ארויסגיין. די עם-טי-עי האט שפעטער געזאגט אז עס זענען געווען נאך מינדערוויכטיגע פראבלעם מיט דער באן, ביז עווענטועל האבן זיי איינגעזען זונטאג נאכט אז מען מוז ארויסנעמען די שפאגל-נייע באן פון סערוויס. לויט באריכטן, האט ניו יארק סיטי געצאלט די אסטראנאמישע סומע פון 740 מיליאן דאלאר פאר דער נייער באן, און עס שטעלט זיך ארויס אז דער סיטי באן סיסטעם האט גאר שוואך מזל, אז אפילו די סאמע נייעסטע באנען מאכן תיכף ומיד פראבלעמען.

בילד: נייעסטע באן פאלט דורך אין ערשטן טאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל