באלטימאר – א באלטימאר פאליציי אפיציר איז אומגעברענגט געווארן, איין טאג איידער ער איז געווען געסקעדזשועלט אויפצוטרעטן פאר א גרענד דזשורי און עדות זאגן קעגן א גרופע אנדערע פאליציי אפיצירן אין א גרויסן געריכט פראצעס. אפיציר סאן סוטער און זיין קאלעגע אפיציר האבן געהאלטן אינמיטן אויספארשן א שיסעריי אויף א ליידיגן שטח אין צענטער פון באלטימאר, ווען אפיציר סוטער האט באמערקט עמיצן מיסטעריעז זיך דרייען דערנעבן. ווען סוטער איז יענעם נאכגעגאנגען, האט אים יענער געשאסן און אומגעברענגט. עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דער פארשוין האט באוויזן צו רויבן סוטער'ס רעוואלווער און אים שיסן מיט זיין אייגענעם רעוואלווער, אבער דער טויט פון סוטער פונקט איין טאג בעפאר זיין אויפטריט ביי א פראצעס קעגן אנדערע פאליציי אפיצירן האט געברענגט פארדאכטן, אז די אנגעקלאגטע אפיצירן, וועלכע זיצן אויפן באשולדיגונגס באנק ביי יענעם פראצעס, האבן מעגליך פארארדענט א מערדער דורכצופירן אן אטענטאט אויף סוטער. פראקורארן פארשן עס אויס.

בילד: פאליציי אפיציר אומגעברענגט דורך קאלעגן?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל