1'טע פאזע גרייט ביי פערטל ביליאן דאלער רעזידענשאל פראיעקט אין וועסטטשעסטער

נישט ברוקלין, נישט וועסט סייד, נישט צפון בראנקס...

די "רעזידענשאל טאוער" געביידע פונעם בילד צו לינקס איז נארוואס פארטיג געווארן די טעג אלס די ערשטע פאזע פון א גיגאנטישע ריעל עסטעיט פראיעקט אין ווערד פון א פערטל ביליאן דאלאר.

וואו? אין צענטער פון ווייט פלעינס, וועסטשעסטער קאונטי, וואו די ריעל עסטעיט ווינטן פון מאנהעטן בלאזן גאר שטארק, אויפ'ן וועג צו ראקלענד און אראנדזש קאונטיס אלס טייל פון די שטאטע אבער סאלידע האוזינג אויפוואכונג איבער'ן גאנצן האדסאן וועלי ראיאן.

די געביידע פאר זיך איז א 16 שטאקיגער לוקסוס קאנדא רענטל פראיעקט מיט קנאפע דריי הונדערט יוניטס, צוגעשטעלט מיט פיל באקוועמליכקייטן - אין שפיץ פון אן אונטערערדישע פארקינג לאט מיט נאנט צו פיר הונדערט פלעצער.

די גרעסטע יוניטס אינעם בנין זענען 2 בעדרום אפארטמענטס פון נאנט צו דרייצן הונדערט סק. פוס, פאר'ן פרייז פון פיר טויזנט דאלאר א מאנאט, נישט צופיל אנדערש ווי די פרייזן אין ברוקלין. 57 יוניטס אינעם בנין זענען "עפארדעבל האוזינג," אלס טייל פון אן אפמאך מיט די לאקאלע באאמטע צו באקומען כמעט זיבן מיליאן דאלאר אין שטייער בענעפיטן.

קאנסטראקשאן האט געדויערט צוויי יאר, באגלייט דורך אן 80 מיליאן דאלאר קאנסטראקשאן לאון פון "וועלס פארגא," זאגן באקאנטע מיט'ן פראיעקט. יעצט מיט'ן ענדיגן די ערשטע פאזע, הייבט זיך אן די צווייטע פאזע פונעם פראיעקט, וואס וועט באשטיין פון נאך אזא "רעזידענשאל טאוער" און ריטעיל געשעפטן אויפ'ן ערשטן שטאק.

דער פלאץ איז ארגינעל געווען א רעגירונג-אייגענטום פארקינג לאט. נאך איבער צען יאר צוריק האבן דעוועלאפערס געוואלט איבערנעמען די פראפערטי און אויפבויען ערנסטע זאכן. מען האט שוין געהאט פארטיגע פלענער, אבער דעמאלט איז געקומען די שווערע קראך און רעסעסיע און געלייגט די פלענער אויף פויזע. אין 12 ' האט דעוועלאפער "על. סי. או. אר." געשפירט אז דער באדן איז שוין צוריק רייף אנצוהויבן ארבייטן אויפ'ן פראיעקט פונדאסניי, און אזוי איז טאקע געווען.

בילד: מאנהעטן פיבער אריבער צו האדסאן וועלי ראיאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל