אין א לאנגע און שארפע רעדע - פון 35 מינוט - וואס פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן פאר די נאצינאנאלע אסעמבלי אין דרום קארעא האט ער אונטערגעשטראכן זיין פאליסי איבער נארט קארעא, און פארזיכערט פאר סאוט קארעא אז אמעריקע וועט איר באשיצן אין פאל פון אן אטאקע פון איר שוועסטער צו צפון.

״דאס איז א אדמינסטראציע וואס איז אנדערש פון די פריערדיגע אמעריקאנער אדמינסטראציעס״ האט דער פרעזידענט געזאגט ״און איך וואלט געראטן פאר צפון קארעא אז זיי זאלן אונז נישט אויספרובירן, מיר וועלן פארטיידיגן אונזער פאראייניגטע גייסט און אונזער געמיינזאמע פרייהייט״ און האט אונטערגעשטראכן די סוקסעס פון די דעמאקראטישע סיסטעם פון דרום קארעא קעגן די דיקטאטורישע און מערדערישע רעזשים פון צפון, און אנגעוויזן אז דאס איז די אולטימאטיווע איבערווייז איבער די דורכפאל פון די קאמוניסטישע געדאנק.

די רעדע איז געווען גאר ווארים און פריינטליך צו די גאסטגעבער, ער האט זיך אפגעהאלטן פון דירעקטע און שארפע סטראשונקעס קעגן צפון קארעא, און האט שטארק אויסגעלויבט די פריינטשאפט צווישן אמעריקע און סאוט קארעא, ער האט באקומען נאכאנדיגע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע און די רעדע האט געהאט א שטארקע פאזיטיווע אפקלאנג אין דרום קארעא.

בילד:פרעזידענט טראמפ אין א שארפע רעדע אין דרום קארעא: שאצט נישט אונטער אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל