אין די יעצטיגע סעזאן פון סעילס און חגאות ווען די אנליין מארקעט פלאץ זעהט א פילפאכיגע אויפשטייג אין פארקויפן פאלט ארויף א שטארקע לאסט אויף די ארבייטער פון די געשעפטן און פון די וועב-געשעפטן וועלכע דארפן באהאנדלן א איבערפלוס פון קליענטן, און ווי א פארש ארבייט פון די ״סאנדעי מיראר״ צייגט טוט עמעזאן איבערציען די שטריקל ביז׳ן איינשטעלן דאס געזונט פון אירע ארבייטער.

די צייטונג האט אריינגעשטעלט א דשורנאליסט - וועלכער האט זיך אהערגעשטעלט אלס ארבייטער -מיט א באהאלטענע קאמערע אין א וועירהויז פון עמעזאן אין אייראפע, און ער האט דאקומענטירט ווי ארבייטער  ארבייטן אונטער שטוידערליכע אומשטענדן. די וועירהויז איז דאס גרעסטע אין אייראפע און איז געווען פאראנטווארטליך אויף ארום 1.2 מיליאן ארדערס טעגליך דורכאויס די 5 וואכן פון דעם סעזאן.

דער דשוראנאליסט האט דאקומענטירט וויאזוי די ארבייטער ווערן געפאדערט צו ארבייטן אן אויפהער פאר 55 שטונדן א וואך, און די וועלכע ווערן מיד און פארלאנגן זיך צו אביסל אפרוען ווערן אפגעזאגט, און צוליב דעם זענען אין עטליכע פעלער ארבייטער צוזאמענגעפאלן פון די פיזישע לאסט און געדארפט ווערן אוועקגעפירט מיט אמבולאנסן.

די ארבייטער וועלכע ווערן אויסגעפרעגט פארציילן איבער גאר ברוטאלע אומשטענדן, און אפילו מענטשליכע געברויכן ווערן באגרעניצט, עטליכע ארבייטער האבן טאקע פראטעסטירט קעגן די אומשטענדן, און עס זענען געווען עטליכע סטרייקס אין ענגלאנד און אין איטאליע. די פירמע האט אבער אפגעווארפן די באשולדיגונגען און געזאגט אז ווען זי נעמט אויף ארבייטער מאכט זי קלאר וואס עס פארלאנגט זיך, און ווער עס קען זיך נישט צושטעלן דארף נישט נעמען די ארבייט.

בילד: עמעזאן ארבייטער פאלן צוזאם נאכ׳ן זיך איבערארבייטן

בילד: עמעזאן ארבייטער צוזאמגעפאלן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל