וויצע פרעזידענט מייק פענס האט פארטרויטן דעם פרעזידענט ביי א ספעציעלע צערעמאניע וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין קאנגרעס צו אפצייכענען די היסטארישע געשעעניש פון דעם 28'סטן אין נאוועמבער ווען די פעלקער פאראיין האט באשטעטיגט צו געבן זעלבסשטעדיגקייט פאר מדינת ישראל. די צערעמאניע איז אפגעהאלטן געווארן מיט די באטייליגונג פון הויכראנגיקע באאמטע פון אמעריקע און מדינת ישראל, אין זיין רעדע האט דער וויצע פרעזידענט געברענגט א פארשפרעכונג פונעם פרעזידענט אז ער איז נאך אלס אנטשלאסן צו אריבערפירן דעם אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים און אז ער באטראכט יעצט וועלכע צייט וועט זיין פאסיג דאס צו דורכפירן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה