פאליציי אין גרוזיע האבן ווי עס שיינט אומגעברענגט דער טעראריסט וועלכער איז געווען דער קאפשטיק אונטער די ברוטאלע אטאקע אויף די לופטפעלד אין איסטאנבול מיט א יאר צוריק ווי עס זענען אומגעקומען 45 מענטשן. דער אייסיס טעראריסט אכמעד טשאטאיעב (Akhmed Chatayev) וועלכער איז פון טשעטשניע איז געווען א אינטערנאציאנאל געזוכטער טעראריסט און האט זיך אויפגעהאלטן אינאיינעם מיט נאך טעראריסטן ווען די גרוזינער פאליצייאישע קרעפטן זענען איבערגעפאלן זייערע הויפטקווארטירן און נאך א פייער אויסטויש אומגעברענגט 3 טעראריסטן אין א אקציע וואס האט געדויערט ארום 20 שטונדען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה