ניו יארק – דער פארטא ריקא גאווערנאר ריקארדא ראסעלא האט נעכטן פארלאנגט, אז קאנגרעס זאל צושטעלן 94.4 ביליאן דאלאר, צו העלפן צוריקשטעלן דעם אמעריקאנער אינזל אויף די פיס, מיט'ן צוריקבויען די אינפראסטרוקטור, האוזינג, שולעס און שפיטעלער וועלכע זענען חרוב געגאנגען ביים שווערן האריקעין מאריא. גאווערנאר ראסעלא האט געמאלדן זיין פארלאנג ביי א ספעציעלער פארזאמלונג פון דער "נאציאנאלער גאווערנאר אסאסיאציע" וואס איז פארגעקומען אין וואשינגטאן, זאגנדיג אז זיין שאצונג פון 94.4 ביליאן דאלאר איז גאר א געצוימטער ציפער, און ס'איז באזירט אויף שאצונגען פון וויפיל די פעדעראלע רעגירונג האט געשפענדעט אין ניו יארק און ניו דזשערסי נאך האריקעין סענדי, און אין טעקסאס נאך האריקעין הארווי. אין דער זעלבער צייט האט גאווערנאר ראסעלא געזאגט, אז צוביסלעך טוט זיך פארטא ריקא גאר שיין ערהוילן פון די נאכווייען פונעם האריקעין, אריינגערעכנט דאס אז 48 פראצענט פון עלעקטעריציטעט קראפט אויפן אינזל איז שוין פולקאם צוריקגעשטעלט, און ראסעלא זאגט אז פון די 94.4 ביליאן דאלאר, וועט אויסגעגעבן ווערן 17 ביליאן צו פארזיכערן אז דער עלעקטעריציטעט סיסטעם אויפ'ן אינזל איז גענוג שטארק צו קענען דורכמאכן אן ענליכן האריקעין.

בילד: פארטא ריקא בעט פון קאנגרעס 95 ביליאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל