געריכט זיג פאר טראמפ’ס טראוועל פארבאט
קאליפארניע – א פעדעראלע אפעלאט געריכט אין קאליפארניע האט נעכטן געאורטיילט, אז פרעזידענט טראמפ'ס לעצטיגע טראוועל פארבאט ווערסיע, קען טיילווייז אריינגיין אין אפעקט, זאגנדיג אז די פעדעראלע רעגירונג קען פארבאטן בירגער פון זעקס מוסולמענער לענדער אריינצוקומען קיין אמעריקע. דאס געריכט, וועלכע באשטייט פון א פאנעל פון דריי ריכטער, האט באהאנדלט טראמפ'ס טראוועל פארבאט נאכדעם וואס א פעדעראלער ריכטער אין האוואאי האט געהאט בלאקירט דעם טראוועל פארבאט, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפעלירט יענע בלאקאדע. די קאליפארניע פעדעראלע ריכטער האבן נעכטן געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע מעג בלאקירן בירגער פון די מוסולמענער לענדער איראן, ליביע, סיריע, תימן, סאמאליע און טשאד, פון אריינקומען קיין אמעריקע, אויב האבן זיי נישט קיין שום פארבינדונג אדער קרובים אין אמעריקע. דער נעכטיגער אורטייל האט נישט באהאנדלט די אישו פון בירגער פון ווענעזועלע און צפון קארעא, וואס פריערדיגע געריכטן האבן געזאגט אז דער פרעזידענט האט רעכט ארויפצושטעלן א פארבאט אויף בירגער פון די לענדער.

בילד: געריכט זיג פאר טראמפ'ס טראוועל פארבאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל