מאסיווע אויפדעקונג איבער טראמפ און וויקיליעקס
וואשינגטאן – די "אטלאנטיק" פובליקאציע האט נעכטן באריכטעט א מאסיווע אויפדעקונג ארום פרעזידענט טראמפ און די ארגאניזאציע וויקיליעקס, אז פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, דאנאלד דזשוניאר, האט קארעספאנדירט מיט וויקיליעקס אנגעהויבן פון סעפטעמבער יאר 16' – ווען דער קאמפיין איז נאך געווען אין פולן ברען – און געענדיגט מיט געציילטע מאנאטן צוריק, אינמיטן זומער. ווי מ'זעט פון די מעסעדזשעס, האט וויקיליעקס נאכאנאנד געבעטן הילף פון טראמפ דזשוניאר ארומצושיקן און פארשפרייטן זייערע אויפגעדעקטע און געהעקטע קלינטאן אימעילס, וואס דזשוניאר האט אקוראט אויסגעפאלגט.

וויקיליעקס האט אויך געבעטן דזשוניאר צו זען וואס מען קען טאן צו ערלעדיגן אז אויב טראמפ געווינט די וואלן, זאל ער נעמען דעם וויקיליעקס גרינדער, דזשוליאן אסאנדזש, און אים נאמינירן אלס אמעריקע'ס אמבאסאדאר אין אויסטראליע. אויך האט וויקיליעקס געבעטן דזשוניאר, ער זאל זיי ארויסליעקן שטייער דאקומענטן פון זיין פאטער, וויבאלד זיי ווילן זיך אהערשטעלן ווי זיי זענען נישט איינזייטיג קעגן קלינטאן און ליעקן אויך ארויס זאכן קעגן טראמפ, אבער דזשוניאר האט צו יענער ספעציפישער פארלאנג נישט רעאגירט. ווי דער "אטלאנטיק" באריכטעט, האבן די פעדעראלע אויספארשער אלע מעסעדזשעס וואס דזשוניאר האט אויסגעטוישט מיט וויקיליעקס.


בילד: מאסיווע אויפדעקונג איבער טראמפ און וויקיליעקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל