4 זענען אומגעקומען און איבער צען זענען שווער פארוואונדעט געווארן ווען א מערדער האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מארד מיסיע אין די שטעטל רענטשא טאהאמא, נעבן די שטאט קארנינג אין קאליפארניע. אבער די אויטאריטעטן זאגן אז א פיל ערנסטערע טראגעדיע איז פארמיטן געווארן א דאנק דעם וואס דער מערדער האט נישט געקענט צוקומען צו א שולע צוליב דעם וואס זי האט איינגעשטעלט די ריכטיגע זיכערהייטס מאנסאמען וועלכע האט באשיצט די קינדער פאר אזא פאל.

דער מערדער איז אנגעקומען צו די ארטיגע שולע און אויפגעריסן די פארמאכטע צוימען מיט א געגנבט׳ע פיק-אפ טרעקל, און דאן געעפנט פייער אין די הויף און פרובירט זיך צו אריינבאקומען אין די געביידע, און דאן אנגעהויבן שיסן דורך די פענסטער, אבער די שולע פירערשאפט האט בליץ שנעל גענומען די ריכטיגע שריט און די קינדער זענען אלע באשיצט געווארן אונטער די טישן פון די פליענדיגע קוילן, נאך א שטיק צייט פון האמערן קוילן אויף די שולע איז ער אוועק פון דארט ״אנטוישט״ און האט אנשטאט דעם זיך גענומען שיסן אויף צופעליגע דורכגייער און אומגעברענגט 4 און פארוואונדעט נאך ארום צען.

פאליציי האבן אידענטיפיצירט דעם שיסער אלס קעווין דשענסאן ניעל, א 44 יערגיער פארשוין מיט א קרימינאלער רעקארד, ער איז שוין ארעסטירט געווארן אין די פארגאנגענהייט אויף שטעכן א פאמיליע מיטגליד, און בלויז עטליכע טעג פאר די אינצידענט האט זיין פאמיליע אלאמירט פאליציי אז ער פירט זיך אויף ווילד, ווי עס שיינט איז די יעצטיגע מערדעריי געווען פארבינדען צו זיינע פאמיליע פראבלעמען און איינע פון די אומגעקומענע איז זיין פרוי וואס ער האט שוין פארוואונדעט אין די פארגאנגנהייט, דער מערדער איז אומגעברענגט געווארן דורך די פאליציי אין א פייער אויסטויש.

בילד: 4 טויטע און איבער צען פארוואונדעטע אין קאליפארניע מאסן שיסעריי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל