די אנגעצויגנקייט צווישן איראן און סאודי אראביע איבער די פאליטישע צושטאנד אין לבנון האלט ווייטער אן מיט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען צווישן די צוויי לענדער איבער ווער עס איז שולדיג אין די אומסטאבילע פאליטישע צושטאנד אין לבנון. דאס האט אנגעהויבן נאכדעם וואס דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט און איז אנטלאפן קיין סאודי אראביע פון ווי ער טוט שטארק אראפרייסן איראן פאר׳ן שטיין אונטער די חיזבאלע טעראר גרופע וואס שטעלט אין געפאר די זיכערהייט פון לבנון.

היינט האט דער איראנער פרעזידענט זיך באצויגן צו אנגעבליכע באווייזן וועלכע צייגן אז סאודי אראביע שטייט אין פארבינדונג מיט מדינת ישראל  איבער סטראטעגיעס וויאזוי צו באקעמפן איראן און איר שפלינטער ארגאניזאציע חיזבאלע, און לויט רוחאני זענען דא דאקומענטירטע באווייזן אז סאודי אראביע האט געבעטן מדינת ישראל צו באמבאדירן לבנון, און ער האט עס שטארק אראפגעריסן אלס א ״פארראט אין די מוסלעמענער וועלט״ פאר׳ן מיטארבייטן מיט מדינת ישראל, ספעציעל קעגן אן אנדערע מוסלעמענער לאנד.

בילד: איראנער פרעזידענט: סאודי אראביע האט געבעטן מדינת ישראל צו באמבאדירן לבנון

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל