קרייסלער'ס מיניווענס האבן שנעל געווינען נאך און קאסטומערס. טאיאטע איז דאן ארויסגעקומען מיט די "סיענע," א מיניווען ווערסיע פון דעמאלטסטיגן "קעמרי." האנדא איז ארויסגעקומען מיט די "אדיסי." אין 01 ' איז די מיניווען מארקעט אנגעקומען צום שפיץ, מיט פארקויפן פון 1.4 מיליאן שטיק אלע ברענדס צוזאמען.

נאכדעם איז אנגעקומען די ווייטערדיגע טויש צו גרויסע "עס. יו. ווי.'ס" ווי יוקאן, עסקעלעיד, טשעראקי, און מיניווענס זענען געווארן אלס ווייניגער פאפולער. פארד, דזשי. עם. און ניסען האבן אפגעלאזט די גאנצע מיניווען מארקעט. "קיע" איז אריין געקומען אין מיניווענס מיט די "סעדאונע," אבער נישט מיט'ן ציל צו וואקסן צו גרויס.

טאיאטע און האנדא לייגן ווייטער אריין שטארקע כוחות אין זייער "סיענע" און "אדיסי." אפאר יאר צוריק האבן זיי אויף קורצע צייט פארקויפט מער ווי קרייסלער, אבער היינט צו טאגס האט קרייסלער מער ווי האלב פונעם מיניווען מארקעט, צוליב די פאפולערקייט פון די "טאון ענד קאנטרי" די לעצטיגע יארן, און גאנץ לעצטנס די "פאסיפיקע," וואס די אינדוסטריע רופט א "ליווינג רום אויפ'ן וועג."

די קאנקורענץ צווישן די דריי איז שטארק, פירנדיג צו נוצליכע פאטענטן פאר די גאנצע פאמיליע: וועקיום קלינער, קליינע פרידזשידעיר, ספיקערס פון דרייווער צום דריטן רייע, און אסאך מער זיכערהייט סיסטעמען וואס קומען אריין מער און מער צו די מיניווענס אויפ'ן מארקעט.

בילד: היסטאריע פון די מיניווען 2

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל