מיר האבן געשריבן פאריגע וואך וועגן די צייט ווען צו פיילן טעקסעס און די וויכטיגקייט פון פיילן אן עקסטענשען. אזויווי עס איז איז אריינגעקומען אסאך שאלות בנוגע personal taxes פאר פריערדיגע יארן (prior year taxes), פיל איך א תועלת צו דורכשמועסן דעם ענין בעפאר מיר גייען ווייטער.

די צייט צו פיילן personal taxes איז April 15 נאך די טעקס יאר. ד.מ. פאר 2017 וועט דער due date זיין אין April 2015 די קומענדיגע יאר 2018. אויב האט מען נאכנישט געפיילט אין צייט האט איר נאך צייט צו קלעימען א ריפאנד ביז 3 יאר נאך די אויבענדערמאנטע due date. נאך 3 יאר טוט די ריפאנד עקספייערן. דאס איז וואס רופט זיך statutes of limitations, א געזעץ וואס באגרעניצט די צייט וואס די גאווערמענט מוז אייך באצאהלן א טעקס ריפאנד.

ובכן כדי צו פארמיידן פון צו פארלירן ריפאנד געלטער נעמט דאס גוט אין אכט. די קומענדיגע April 15 2018 וועט זיין די לעצטע צייט צו קלעימען א טעקס ריפאנד פאר די יאהר 2014 .

נאך איין נקודה. טיילמאהל פעהלט זיך אויס אן amended return, א נייע טעקס ריטורן צו פארריכטן עפעס אויפן אריגינעלע tax return ווי למשל צו צולייגן געוויסע credits אדער ריפאנדס. די פריער דערמאנטע 3 יאהר deadline פאר טעקס ריפאנדס גייט אויך אן פאר אן אמענדעט (amended) טעקס ריטורן אין די IRS וועט נאר אננעמען א ווייטערדיגע פארלאנג פאר א ריפאנד ביז 3 יאר.

בילד: $950 מיליאן דאלאר אין פארלוירענע ריפאנד געלטער אין 2016!

אינטרעסאנטע פאקטן:
דעם פארגאנגענעם March 2016 האט די IRS געלאזט וויסן אז נאנט צו א מיליאן בירגער וואס האבן נאכנישט געפיילט טעקסעס וועלן פארלירן זייער טעקס ריפאנד געלטער, א סך הכל וואס וועט באטרעפען $950 מיליאן דאלאר!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל