אין די לעצטע טעג האט דער פרישער און ענערגישער פרינץ מוכאמאד בין סאלמען אונטערגענומען א מאסיווע ״קרעק דאון״ אויף סאודיער באאמטע און מיטגלידער אין די קעניגליכע פאמיליע, אריינגערעכנט זיינע ערשטע קאזינס, צענדליגע אפיציעלע באאמטע - אריינגערעכנט פרינצן - זענען פארהאלטן געווארן אונטער ארעסט צוליב אנגעבליכע קארופציע קלאגעס און אויף באגנב׳ען די קעניגליכע קאסע אין ביליאנען.

מאנכע באטראכטן זיינע שריט אלס א פרואוו צו צעמענטירן זיין מאכט און באזייטיגן אלע מעגליכע קאנקורענטן וועלכע קענען שטעלן זיין אויסשליסליכע אויטאריטעט אונטער פראגע צייכן, אבער אין די זעלבע צייט צייגן די אויטאריטעטן אז עס זענען - אין פאקט - פארגעקומען מאסיווע גניבות און שווינלערייען, ווען די פרינצן האבן געלעבט א שווענדערישע לעבן פון געלטער וועלכע באלאנגען צו די סאודישער פאלק.

די אויספארשונג נעמט אריין איבער 200 באאמטע וועלכע האבן אלע אינאיינעם מיסברויכט איבער 100 ביליאן דאלער אין פארמעגנס וואס זיי האבן געזאמלט אויפ׳ן חשבון פון די סאודישע נאטורליכע אוצרות ווי אויל און נאפט. היינט זענען גענומען געווארן אונטער ארעסט נאך א רייע פון פראמינענטע פיגורן אין סאודי אראביע, אריינגערעכנט די קינדער פונעם פארשטארבענען קעניג.

פרינץ בין סאלמען טוט פארשפרעכן צו ברענגען ארדענונג אין די פינאנצן פונעם קעניגרייך, אלס טייל פון זיין פרואוו צו מאדערנעזירן די סאודישע עקאנאמיע, און צו פארזיכערן אז זי איז נישט בלויז באזירט אויף אויל און נאפט, ער האט געשאפן א נאציאנאלע אינוועסטירונג פאנד וועלכע טוט אריינלייגן געלט אין פארשידענע גראנדיעזע פראיעקטן אריינגערעכנט צו אויפבויען א מעכטיגע שטאט וועלכע וועט זיין א ביזנעס צענטער ביים גרעניץ פון ירדן און סאודי אראביע ביי די ברעגעס פונעם ים סוף.

בילד: סאודישע רעגירונג באאמטע האבן געפלינדערט איבער 100 ביליאן דאלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל