אין די לעצטע וואך האט זיך אנטוויקלט גאר א שארפע קריגעריי צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער פרעמיער מיניסטער פון לבנון האט דעזערטירט קיין סאודי אראביע ווי ער האט דערקלערט אז זיין לאנד איז גענצליך קאנטראלירט דורך איראן און איר אפיליאירטע טעראר גרופע חיזבאלע. סאודי אראביע טוט ווארענען לבנון מיט קריג אויב זי האקט נישט אפ אירע פארבינדונגען מיט איראן און באקעמפט די טעראר גרופע וועלכע האט א אפיציעל מיטגלידערשאפט אין די לעבאנעזער רעגירונג.
רעגירונג באאמטע אין לבנון האבן היינט געזאגט אז דער פרעמיער מיניסטער סאַאַד האַרירי האט אייגנטליך נישט דעזערטירט נאר ער ווערט פארהאלטן אין סאודי אראביע קעגן זיין ווילן, אויף וועלכע די סאודיער האבן גאר שארף רעאגירט און געזאגט אז זיי וועלן נוצן מיליטערישע מאכט אויב פעלט זיך אויס צו באקעמפן חיזבאלע, און אלס צייכן אז זיי מיינען ערנסט זייערע סטראשונקעס האבן זיי פארארדענט אלע סאודישע בירגער וואס געפונען זיך אין לבנון צו זיך אומקערן אהיים, א זאך וואס שיינט צו זיין א פארברייטונג צו קריג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה