די סירישע ארמיי פון באשאר אל-אסאד האט היינט דערקלערט ענדגילטיגע זיג קעגן די איסלאמישע שטאַט, נאכ׳ן אייננעמען די לעצטע שטעטל וואס איז נאך געווען אונטער אייסיס קאנטראל. אינטערנאצינאלע באאבאכטער האבן באשטעטיגט די פאקט אז אלע סירישע שטעט זענען אצינד ריין פון אייסיס, טראץ וואס עס קומען נאך פאר שלאכטן אין די מדבר׳ישע ראיאנען אין סיריע.

די מיליטער זאגט אז די לעצטע קאמפ איז געווען אין אלבו קאמעל און עס איז געווען א שנעלע און מאסיווע נצחון נאכדעם וואס די מערהייט פון די דעמאראליזירטע אייסיס קעמפער האבן זיך אדער אונטערגעגעבן, אדער אריבערגעלאפן דעם גרעניץ קיין איראק.

אנאליסטן האלטן אז דאס איז אבער נישט די ענדע פון די טעראר גרופע, און דער פירער אבו-באכר אל באגדאדי טוט פרובירן פון זיין באהעלטעניש ארט צו צוריק מאביליזירן זיינע קאמאנדירן און קעמפער, און זיך צוריק ארגאניזירן אין די מדבר׳ישע בערג און פרובירן צו אייננעמען פרישע שטחים, און אזוי אויך אויספירן מער טעראר אטאקעס איבער די וועלט.

בילד: סיריע דערקלערט אפציעלע זיג קעגן אייסיס 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל