בילד: צוויי נוטראן שטערנס צוזאמגעקראכט!

וויאזוי שיינט א שטערן?

פון זאכליך

בילד: וויאזוי שיינט א שטערן?

די אנגענומענע הסבר איז, אז צוליב די גרויסע מאסע פון די שטערן, ווערט די צענטער פון די שטערן זייער שטארק צודריקט, אזויווי ווען 10 מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן ווערט דער אונטערשטער סאך מער צוקוועטשט ווי דער פון אינמיטן... צוליב די גרויסע דרוק, געשעהט א נוקלעאר פיושין (fusion), דאס הייסט 2 אַטאָמען ווערן איינס, למשל 2 היידראדזשין אַטאָמען ווערן איין היליאום אַטאָם. ווען עס שטעלט זיך צוזאם, בלייבט איבער א פאָהטאָן (photon) פאריתומט, און ס'ווערט איבערגעביטען (converted) צו ענערגיע (דא קומט אריין איינשטיין'ס מערסטע-באקאנטע חשבון פון E = mc2).

די ענערגיע וואס ווערט געשאפן זוכט צו אנטלויפן, און לויפט ארויס פון די צענטער פון די שטערן צו די אויבערפלאך, און פון דארט צושפרייט זיך די עלעקטרא-כוואליעס איבער די גאנצע בריאה אויף די גאנצע עלעקטרא מאגנעטישע ספעקטרום.

ווען די שטערן האט שוין אויפגענוצט אלע אירע היידראדזשין אַטאָמען, אויב איז עס גענוג גרויס, וועט עס אנהייבן צו פיוזן שווערערע אַטאָמען, ווי למשל היליאום און עס ברענגען צו העכערע שטאפלען פון אַטאָמען, א. א. וו.

ווען די שטערן קומט אן צו א מצב אז ער איז אויסגעלאפן פון אַטאָמען וואס ער קען צוזאמשטעלן, אויב איז ער א קליינע שטערן, וועט עס זיך צוביסלעך אויסקילן און ווערן א טונקעלע קאלטע שטערן.

בילד: א קאלטע שטערן

אויב אבער איז ער גענוג גרויס, גייט די גרויסע דרוק פון די גראוועטי איבערגעוועלטיגן די סטרוקטור פון די שטערן, און די שטערן גייט גיין "סופערנאווע", דאס איז טייטש די שטערן גייט צוזאמפאלן און ווערן צודרוקט אויף אַפּאָר מייל אין ברייט, און די דרויסענדיגע שיכטן גייען ווערן אוועקגעשאסן אריין אין ספעיס אלס וואלקענעס פון אלע סארטן מאטריאל.

בילד: א סופערנאווע

און די צענטער, וואס בלייבט איבער, ווערט א "נוטראן שטערן"

בילד: א נוטראן שטערן

וויאזוי ווערט עס אזוי קליין? ווייל יעדע אטאם איז באמת כמעט ליידיג, די פראטאנס און נאטראנס ליגן אינמיטן, און די עלעקטראנ'ס פליען ארום אין ארביט מיט אסאך ליידיג פלאץ אינצווישן. צוליב די גרויסע דריו פון די סופערנאווע ווערן, אלע אַטאָמען צודריקט און עס בלייבט גארנישט קיין ליידיג פלאץ אין די אַטאָמען.

א געווענדליכע נוטראן שטערן איז אינטער 10 קילאמעטער ברייט, אבער אנטהאלט אין זיך די מאסע פון אפאר מאל אונזער זון. די גראוועטי דארט איז גאר שטארק, און עס דרייט זיך ארום ווי א דריידל מיליאנען מאל א סקונדעס, און אויך האט עס א גאר שטארקע מאַגנעטאָספער.

צו אויס'משל'ן די קאנצעפט פון צודרוקן אן אטאם ביזן נוטראן לעוועל, אויב מ'וועט נעמען גאנץ מאנהעטן מיט אלע געביידעס, מענטשן, טרעפיק, וכו' און עס צוזאמדריקן ביזן נוטראן לעוועל, וועט עס ווערן אזוי גרויס ווי א קעסטל שוועבעלעך!

די סיבה פארוואס גראוועטי איז דארט אזוי שטארק, איז ווייל ביי גראוועטי איז די כלל אז ווי ווייטער מ'איז פון די צענטער פון די פלאנעט אלס שוואכער ווערט די גראוועטי. ממילא א גרעסערע פלאנעט, כאטש וואס די גראוועטי איז שטערקער צוליב די גרעסערע מאסע, דארף מען אבער נעמען אין חשבון אז מ'געפינט זיך ווייטער פונעם צענטער. אבער ביי א נוטראן שטערן, וויבאלד די מאסע איז צודריקט, געפינט מען זיך גאר נאנט צום צענטער.

אויב דער שטערן איז גאר גרויס פארן צוזאמפאלן, וועט די גראוועטי פון די נוטראן שטערן ווערן אזוי שטארק שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, אזוי אז אפילו ליכטיקייט גייט נישט קענען אנטלויפן פון איר גראוועטי, און דאס רופט זיך א... בלעק האול, א שווארצע לאך.

בילד: א שווארצע לאך

די גאנצע מציאות פון בלעק האולס האט איינשטיין פארגעשאצט מיט זיין גענעראל טעאריע פון רעלאטיוויטי, און ער האט אויך פארגעשאצט אז 2 בלעק האולס (און אזוי אויך 2 נוטראן שטערנס) קראכן צוזאם וועט די ספעיס-טיים ווערן צושאקעלט און עס וועט ארויסשיקן גראוועטי כוואליעס איבער די ספעיס-טיים אויף אסטראנאמישע ווייטע שטערעקעס.

גאנץ לעצטענס האבן סייענטיסטן געמאכט אן אינסטרומענט וואס ווערט גערופן LIGO, צו קענען דערשפורן גראוועטי כוואליעס. אבער ביז דערווייל האבן זיי נאר אויפגעכאפט וויאזוי 2 שווארצע לעכער קראכן צוזאם, וואס דעמאלט קען מען גארנישט דערשנאפסן אויף די עלעקטרא מאגנעטישע כוואליעס, ווייל אלע כוואליעס בלייבן פארכאפט אין די גראוועטי. אסאך זענען געווען סקעפטיש צו די לייגאו אינסטרומענט כאפט טאקע אויף ריכטיג, זיי האבן געווארט אויף די געלעגנהייט ווען 2 נוטראן שטערנס וועלן צוזאם קראכן, ווייל דעמאלטס גייט מען עס קענען זעהן מיט די טעלעסקאופס אויך.

און די געלעגנהייט איז אנגעקומען!

אוגוסט 17, 8:41 אינדערפרי, האט לייגאו אויפגעכאפט א גראוועטעישאנעל כוואליע. געציילטע סקונדעס שפעטער האט אן אייראפעישע געעמע כוואליע אבזערווירער (גערופן פערמי, fermi) אויפגעכאפט געממע כוואליעס דורכפליען אונזער פלאנעט. (וואס אגב דאס איז די ערשטע דורכברויך אז מען זעהט אז די סייענטיסטן זענען גערעכט געווען מיטן פארשאצן אז די שעדליכע געממע כוואליעס וואס קומט פון אזא קראך פליט כמעט ווי די ספיד אף לייט.)

בילד: די פערמי טעלעסקואפ

גלייך האט זיך אנגעהויבן די זוך אקציע צו טרעפן ווי די שטערנס געפונען זיך, צו קענען רעקארדירן די גאנצע זאך. קיין  איינע פון די אבזערווירער אינסטרומענט האבן נישט געקענט אנצייגן גענוי פון וואו די כוואליעס קומען, אבער ביילייפיג האבן זיי געקענט אנצייגן פון וועלכע זייט עס קומט, אדער א געוויסע שטח פון וואו עס קומט.

ווען מ'האט צוזאמען געשטעלט אלע 3 אינסטרומענטן פון וועלכע שטח ס'האט געקענט זיין, איז מען געבליבן מיט א קליינע שטח אויפן הימל פון וואו עס קומט, אבער אפילו די קליינע שטח אנטהאלט בערך 20 גאלאקסיעס.

גלייך האט מען ארויסגעשיקט א מעמאו פאר אלע טעלעסקואפס אז מען זוכט א שטערן פון צווישן 20 גאלאקסיעס, ווי א נאדל אין א הויפן שטרוי... איבער זיבעציג טעלעסקואפס האבן זיך אנגעשלאסן אין די זוך אקציע. עס האט נישט לאנג געדויערט, און א געוויסע טעלעסקואפ האט געטראפן די שטערן אין די גאלאקסיע NGC 4883, וואס געפינט זיך אין די היידרא קאנסטאלעישאן, בערך 130 מיליאן ליכט יאר ווייט!

דעמאלסט האבן אלע טעלעסקואפס געריכטעט זייער אויגן אהין און מען האט אויפגעכאפט שטראלן אויף די גאנצע ספעקטרום, און די חידוש איז געווען אז עס האט אלעס געשטימט מיט וואס מען האט פארגעשאצט, כאטשיג עס איז די סאמע ערשטע מאל וואס מען האט רעקארדירט אזא פאסירונג.

סייענטיסן האבן יעצט די ערשטע מאל געזעהן וויאזוי גאלד אדער פלאטונום ווערט באשאפן, ווייל גאלד און ענדליכע מאטריאלן זענען פון די שווערסטע עלעמענטן פון די בריאה, און אפילו סופערנאווע איז נישט גענוג פאוערפול צו מאכן די גאלד אַטאָמען.

זיי האבן אויסגערעכנט אז פון די קילאנאווע איז באשאפן געווארן אזויפיל טאן גאלד און פלאטונום, אזוי גרויס ווי 10 מאל די גאנצע ערד!...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל