ווער עס איז שוין אמאל געפארען קיין אוקראינע, קיין אומאן אדער אנדערע קברי צדיקים, אדער געמאכט א סטאפ אין קיעוו, ווייסט אז זיי פאָרן מיט אלטע 767 פליגערס, זייער צושטופט מיט אלטע טוילעטס, און שמאלע ביזנעס קלאס. ווי אויך פלעגט די פליגער כסדר שפעטיגען און די [נישט כשר'ע] עסן איז נישט געווען אין מויל צו נעמען.

אנגעהויבן פון מאי וועלן זיי צושטעלן א באואינג 777, געדינגען פון די עיר אינדיע קאמפאני אויף די ניו יארק-קיעוו ליניע. זיי וועלן לייגען די 767 צו די ראוט וואס פליט ביינאכט פון קיעוו צו די בן גריון עירפארט אין מדינת ישראל.

דאס איז גוטע נייעס סיי פאר די אמעריקאנער אידען און סיי פאר די ארץ ישראל'דיגע אידען .

בילד: אוקראינע ערליינס אויסגעשטאט מיט נייע באואינג 777 פליגער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל