וואשינגטאן – שטייענדיג אין א צייט ווען פרעזידענט טראמפ סטראשעט ארויסצוציען אמעריקע פון פארשידענע אינטערנאציאנאלע אפמאכן, האט זיין אדמיניסטראציע גענומען איין אזא פאקטישע שריט, ווען די סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אז אמעריקע ציט זיך ארויס פון מיטגלידערשאפט אינערהאלב דער יו-ען קולטור אגענטור, וועלכע איז באקאנט אלס "יונעסקא".

לויט'ן סטעיטמענט פונעם סטעיט דעפארטמענט, האט סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן געמאכט דעם באשלוס ארויסצוציען אמעריקע פון דער וויכטיגער יו-ען אגענטור, צוליב וואס די אגענטור צייגט נאכאנאנד ארויס א שטארקע אנטי-מדינת ישראל נייגונג, און אמעריקע וויל זיך ארויסציען אלס א פראטעסט, צו לייגן דרוק אז די אגענטור זאל טוישן איר צוגאנג.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע פארלאזט די יונעסקא אגענטור, נאך אין יאר 984', אונטער פרעזידענט ראנעלד רעיגען, האט אמעריקע געטאן דעם זעלבן שריט, נאכ'ן באשולדיגן אז יונעסקא איז שטארק פרא-סאוויעטן געשטימט. אמעריקע איז פארבליבן אינדרויסן פון יונעסקא ביז 02', ווען פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש האט זיך צוריק אנגעשלאסן, זאגנדיג אז די אגענטור האט זיך רעפארמירט.

אין יאר 11', אונטער אבאמא, האט יונעסקא געמאלדן אז זי אקצעפטירט "פאלעסטינע" אלס א פולקאמע לאנד-מיטגליד, וואס דאן האט אבאמא באשטעטיגט צו באשטראפן יונעסקא, דורכ'ן אויפהערן באצאלן די יערליכע מעמבערשיפ געלטער פאר דער אגענטור. ביז יעצט איז שוין אמעריקע שולדיג 550 מיליאן דאלאר, און די דעקלעראציע אז מען ציט זיך ארויס באדייט אז מער וועט דער חוב נישט וואקסן, ווייל מען איז מער נישט א מעמבער.

די אנטוויקלונג פון אמעריקע'ס ארויסצי איז געקומען פונקט 2 טעג איידער "יונעסקא" האט באקומען איר סאמע ערשטן אידישן דירעקטאר אין היסטאריע. דער געוועזענער פראנצויזישער קולטור מיניסטער אודרי אזולאי, א אידישער אייראפעאישער פיגור, איז ערוועלט געווארן דורך די מיטגלידער לענדער פון יונעסקא, צו דינען אלס דער נייער דירעקטאר פון דער אגענטור, באזיגנדיג אנדערע הויכראנגיקע קאנדידאטן.

בילד: אמעריקע ציט זיך ארויס פון יונעסקא אגענטור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל