קאליפארניע – א סעריע העלישע און היסטארישע וואלדפייערן ברענען אין עטליכע טיילן צפון קאליפארניע, און די ערגסטע ברענען אינעם ראיאן וואס איז באקאנט אלס "וויין לאנד", צוליב וואס ס'נעמט אריין די בארימטע נאפא וואלי געגנט, וואו עס געפינען זיך די גרעסטע פראצענט טרויבן פעלדער און וויין פאבריקן פון איבער די גאנצע פאראייניגטע שטאטן.

אלעס אינאיינעם זענען שוין אומגעקומען 41 קאליפארניער איינוואוינער אין די פייערן, וואס איז די העכסטע צאל טויטפעלער פון א פייער אין קאליפארניע'ס היסטאריע. עס ברענען פופצן פייערן, וואס האבן שוין פארברענט מער ווי 220,000 אקער-לאנד, און פארניכטעט נאענט צו זעקס טויזנט הייזער, איבערלאזנדיג גאנצע געגנטער אין הויפנס אש און קוילן.

די פייערן האבן געצוואונגען טויזנטער איינוואוינער אין צפון קאליפארניע צו עוואקואירן זייערע הייזער, אריינגערעכנט אויך די גרויסע אידישע געמיינדע אין סאנטא ראזא וועלכע איז אפעקטירט געווארן פון די פייערן. "קעמפ ניימאן", א אידישע זומער קעמפ אין דער געגנט, האט גענצליך אפגעברענט, און די אידישע "הגפן" וויין פירמע, האט געליטן שאדנס צו אירע איינריכטונגען און איין טייערע טרויבן פעלד.

נעכטן שבת האבן זיך אראפגעלאזט שווערע ווינטן אויפן ראיאן, פארשווערנדיג די ארבעט פאר די פייערלעשער. אויטאריטעטן זאגן אז מער ווי צען טויזנט פייערלעשער, פון קאליפארניע און אנדערע סטעיטס, זענען פארנומען מיט'ן באקעמפן די פייערן, און די ארבעט נעמט אויך אריין 880 פייער טראקס, 134 בולדאזערס, פערצן העליקאפטערס און נאך, אבער דערווייל האט מען כמעט קיין קאנטראל אויף די פייערן.

בילד: היסטארישע העלישע פייערן אין קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל