וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט נעמען דעם סאמע ערשטן שריט קעגן דעם נוקלעארן דיעל וואס די אמעריקאנער רעגירונג און אייראפעאישע לענדער האבן געשלאסן מיט דעם איראנער רעזשים מיט צוויי יאר צוריק, סטראשענדיג אז ער וועט עווענטועל גענצליך אפשאפן דעם דיעל, אויב וועט ער זען אז מ'קען עס נישט בעסער מאכן.

טראמפ'ס דעקלעראציע איז געקומען ביי א רעדע וואס ער האט געגעבן פרייטאג (יום שמח"ת) אין ווייסן הויז, וואו ער האט געזאגט אז דער דיעל, וואס איז געשלאסן געווארן מיט איראן אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, איז גאר ווייך קעגן איראן, און ערלויבט איראן ווייטער צו טאן פארשידענע זאכן וואס זענען דירעקט קעגן אמעריקע'ס אינטערעסן.

מ'דערווארט אז טראמפ וועט נישט אונטערשרייבן די פרישע "סערטיפיקאציע", וואס דער פרעזידענט דארף יעדע 90 טעג אונטערשרייבן אז איראן פאלגט אויס דעם דיעל (וואס ביז יעצט האט טראמפ יא נאכאנאנד עס אונטערגעשריבן), און מיט דעם וואס טראמפ וועט עס נישט אונטערשרייבן, וועט קאנגרעס זיין געצווינגען אונטערצונעמען אויספארשונגען קעגן איראן, און קאנגרעס וועט דארפן באשליסן וואס צו טאן ווייטער.

אייראפעאישע לענדער האבן גאר שארף רעאגירט צו טראמפ'ס באשלוס, זאגנדיג אז דאס טוט אונטערמינעווען די זיכערהייט פון דער גאנצער וועלט. דייטשלאנד, ענגלאנד און פראנקרייך, האבן זיך דירעקט געבעטן ביי טראמפ אז ער זאל איבערטראכטן וואס ער טוט, אבער טראמפ האט ביי זיין רעדע דערקלערט אז ער טוט וואס ס'איז די בעסטע פאר אמעריקע'ס אינטערעסן, צו פארזיכערן אז איראן וועט קיינמאל נישט האבן קיין נוקלעארע וואפן.

בילד: פרעזידענט טראמפ נעמט שריט קעגן איראן דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל