פון גבריאל

מאגאדושו, סאָמאַליאַ. - 53 זענען אומגעקומען, און 60 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אין א מאסיווע באמבע אטאקע וואס האט אויפגעריסן פון א טראק אין סאמאליע'ס קאפיטאל.

פאליציי הויפט, "מאהאמאד האשאין" האט איבערגעגעבן, אז מערסטנס פון די פארוואונדעטע זענען אומגעקומען אין שפיטאל, פון די וואונדן.

די האטעל סאפארי, וואס איז געווען נאנט צו וואו די אטאקע איז געשען, איז געווארן אפגעשפארט דורך די פאליציי פאר די סאמאליע בירגער, צו זוכן פאר מענטשן וואס האבן מעגליך יא איבערגעלעבט די אטאקע.

די רעגירונג אין מאגאדישו, דארף אין די נאנטע טעג ארויסגעבן א פונקטליכע ציפער פון וויפיל עס זענען אומגעקומען.

די אטאקע ווערט פאררעכנט ווי איינע פון די ערגסטע אטאקעס וואס האט נאר אמאל פאסירט אין לאנד.

פרעזידענט מאָהאַמעד אַבדאַלאַה, האט דערקלערט דריי טאג פון טרויער, און סימפאטיע, נאכדעם וואס טויזענטער בירגער זענען ארויסגעקומען געבן בלוט, פאר די פארוואונדעטע אין די אטאקע, אַבדאַלאַה, האט געזאגט אין א רעדע אז די בירגער זאלן ווייטער געבן בלוט, און ארויסווייזן מיטלייד.

אויטאריטעטן האָבן באשולדיגט די אַל-קאַידאַ-פארבינדענע על-שאַבאַב עקסטרעמיסט גרופּע, פארן דורכפירן די אטאקע.

הויפּט מיניסטער כאַסאַן עלי כאַירע, האט זיך אויסגעדרוקט אז די טעראר גרופע קימערט זיך נישט מיט געליטענע אין די אטאקע ווי טאטעס, מאמעס און קליינע קינדער, פאר זיי איז אנגעגאנגען איין זאך צו צילן אין די סאמע פארנומענסטע פלעצער אין מאגאדישו, און אומברענגען ווי מער מענטשן רחמנה ליצלן.

בילד: טראק באמבע עקספלאדירט אין סאמאליע, מאגאדישו

קרעדיט: אידישער ווינקל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל