וואשינגטאן. – קאנגרעס האט נעכטן דורכגעפירט א געזעץ וואס בלאקירט דעם פלוס פון אומלעגאלע געלטער צו די איראן-געשטיצטע חעזבאלע טעראר גרופע, און צו סאנקציאנירן די גרופע פאר'ן נוצן מענטשן אלס מענטשליכע-פאנצערס, ביי אירע אקציעס. דאס געזעץ דירעקטירט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויפצולייגן סאנקציעס אויף מענטשן און ביזנעסער וואס דינען אלס פאנדרעיזערס פאר חעזבאלע אדער די וואס רעקרוטירן וואלונטירן פאר דער גרופע. דאס געזעץ איז געספאנסארט געווארן דורך קאנגרעסמאן עד ראויס, א רעפובליקאנער פון קאליפארניע, און קאנגרעסמאן עליאט ענגעל, פון ניו יארק. ראויס איז דער פארזיצער פונעם קאנגרעס אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע. ענגעל איז דער הויפט דעמאקראט אויף דער קאמיטע. א באזונדערע רעזאלוציע, וואס קאנגרעס האט נעכטן דורכגעפירט, דרוקט אויף אייראפע, צו דערקלערן די גאנצע חעזבאלע גרופע אלס א טעראר גרופע, אנשטאט ווי יעצט וואס אייראפע האט ארויפגעלייגט די דעזיגנאציע בלויז אויפ'ן "מיליטערישן פליגל" פון דער גרופע. קאנגרעס וועט אויך היינטיגן דאנערשטאג שטימען אויף ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף איראן צוליב אירע באליסטישע מיסיל פראגראמען. דאס אויבנדערמאנטע קאנגרעס געזעץ האט געברענגט זארג פאר לבנון, אז עס וועט שאדן טאן פאר אירע בענק, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארשפראכן נישט צו צילן אויף די לבנון בענק, ווילאנג זיי פאלגן אויס די אמעריקאנער געזעצן.

בילד: קאנגרעס פירט דורך געזעץ אפצוהאקן חעזבאלע געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל