וואשינגטאן – מ'ווייסט אז אין אמעריקע איז גאר שטרענג די זאך, אז דאס מיליטער קען נאר באקעמפן אויסלענדישע פיינט, און קען נישט גענוצט ווערן אויף קיין פאל, פאר אינלאנדישע געזעץ פארסירונג אקציעס. צוביסלעך איז דער מויער געבראכן געווארן, ווען עס איז אויפגעקומען די מלחמה קעגן טעראר, און א טעראר איז נישט דווקא א פיינטליכער סאלדאט אויף א שלאכטפעלד אין אויסלאנד, נאר עס קען זיין עמיצער דאהי אין אמעריקע, וואס אזא איינער, היות ער האנדעלט אין די אינטערעסן פון א פרעמד לאנד און איז פיינטליך צו אמעריקע, מעג אים דאס מיליטער באקעמפן. איצט האט דאס מיליטער ארויסגעגעבן פרישע פארשריפטן, וואס לויטען אז זי האט די רעכט נאכצוקוקן און באקעמפן אפילו אמעריקאנער וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט אויסלענדישע טעראריסטן, בלויז אויף דעם פאקט אליינס אז זיי זענען ווילדע טעראריסטישע עקסטרעמיסטן, וואס שטעלן פאר א געפאר צום פאלק.

די נייע טרענירונג–ביכער וואס די ארמיי האט ארויסגעגעבן וואס געבן ארויס דעם באפעל, צייגן אן אויף די סאן בערנארדינא שיסער, וועלכע זענען געווען אמעריקאנער, אן קיין שייכות מיט אויסלענדישע טעראר גרופעס, און דאך האבן זיי דורכגעפירט א מאסן מארד, וואס מיינט אז מ'דארף זיין גרייט צו באקעמפן אפילו די וואס זענען בלויז געטריי צו אויסלענדישע טעראר גרופעס אן קיין פאקטישע פארבינדונגען.

בילד: מיליטער קריגט רעכט נאכצוקוקן אמעריקאנער עקסטרעמיסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל