וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער פלאנירט גאר בקרוב ארויסצוגעבן א נאציאנאלע דעקלעראציע איבער דעם נארקאטיקס קריזיס. ער וועט דאס דערקלערן אלס א נאציאנאלע עמוירדזשענסי. עס האנדלט זיך מיט'ן פראבלעם אז מענטשן נוצן אומלעגאל נארקאטיקס, צי אומלעגאלע דראגס צב"ש העראאין און פענטעניל, אדער טוען זיי מיסבאנוצן די נארקאטיק פעינקילערס וואס זיי באקומען פון זייערע דאקטוירים, וואס עווענטועל ווערט מען צוגעבונדן דערצו (אדיקטעד בלע"ז), און מען נעמט נאך און נאך, וואס ברענגט מ'זאל זיך ל"ע "אווערדאוזן".
עס איז ליידער זייער גרינג זיך צו אווערדאוזן און אומקומען, און אין אמעריקע שטארבן רח"ל צענדליגער מענטשן טעגליך פון די אווערדאוזעס, און לויט איין חשבון דערגרייכט דאס שוין אזוי ווייט ווי נאענט צו 100 פארשוינען וואס שטארבן טעגליך דערפון, רח"ל. אין 15' זענען 33,000 אמעריקאנער אומגעקומען פון נארקאטיק אווערדאוזעס, כמעט שוין מער ווי אין אויטא עקסידענטן. א הויפט אומברענגער איז פענטעניל, א מעדיצין וואס איז 50-100 מאל שטארקער ווי מארפין.
ווי פרעזידענט טראמפ זאגט, וועט דאס וואס ער וועט עס דערקלערן אלס נאציאנאלע עמוירדזשענסי, העלפן פארגרינגערן דאס באקעמפן דעם פראבלעם אגרעסיוו, אויפ'ן פעדעראלן און סטעיט שטאפל. טראמפ האט שוין אין אוגוסט געזאגט אז ער פלאנירט צו דערקלערן א נאציאנאלע עמוירדזשענסי איבער דעם, אבער איז נישט אנגעקומען דערצו.

הוסף רשומת תגובה