ניו דזשערסי — נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן ניו דזשערסי סענאטאר, באב מענענדעז, וואס ער איז דער ערשטער אמטירנדער סענאטאר אויסצושטיין שוחד קלאגעס אין לאנגע יארן, וואס אויב ווערט ער געפינען שולדיג, וועט עס האבן א שטארקן אימפאקט אויפן סענאט. מענענדעז ווערט אנגעקלאגט אז ער האט גענוצט זיין סענאט פאזיציע אויף ארויסצוהעלפן א פלארידע אויגן–דאקטער סאלאמאן מעלגען, אין אויסטויש דעפאר וואס מעלגען האט אים געגעבן געלטער און פארשידענע געשאנקען, אריינגערעכנט טייערע וואקאציעס. מענענדעז האט זיך געהאט געבעטן אז דער ריכטער זאל אפשטופן די געריכטליכע פראצעדורן, אז ער זאל קענען טאן זיין דזשאב אלס סענאטאר און אנטיילנעמען ביי וויכטיגע אפשטימונגען, אבער דער ריכטער האט עס אפגעווארפן און דער פראצעס האט זיך אפיציעל אנגעהויבן נעכטן. מ'דערווארט אז ביז 2 מאנאטן וועט זיין אן אורטייל.

בילד: מענענדעז קארופציע פראצעס אנגעהויבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל