וואשינגטאן — די טעכנאלאגיע פירמע פעיסבוק זאגט אז זי האט געטראפן אז אן אפעראציע, וועלכע איז ווארשיינליך באזירט אין רוסלאנד, האט אויסגעגעבן ארום הונדערט טויזנט דאלאר אויף פעיסבוק'ס סאציאלע אנליין פלאטפארמעס, ארויסצושטעלן רעקלאמעס וועלכע האבן געהאט ווילדע און שארפע פאליטישע מעסעדזשעס. לויט ווי פעיסבוק זאגט, איז דער קאמפיין פון די רוסישע אפאראט אנגעגאנגען פאר צוויי יאר, קומענדיג צו אן ענדע היי יאר אין מאי. דאס אלעס קומט אין א צייט ווען פארשידענע אפטיילונגען פון דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג פארשן אויס צי רוסלאנד האט אנגעפירט מיט אן אפעראציע צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן לטובת דאנאלד טראמפ, און די יעצטיגע אויפדעקונג פון פעיסבוק צייגט אז די רוסישע רעגירונג האט מעגליך גענוצט פעיסבוק אלס א גרינגע וועג וויאזוי צו אינפילטרירן אין די מוחות פון אמעריקאנער בירגער און זיי באאיינפלוסן מיט אנטי-קלינטאן פראפעגאנדע. פעיסבוק זאגט אז זי קאאפערירט מיט די פעדעראלע אויספארשער, און דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן עדעם שיף האט געזאגט נעכטן אז ער וויל הערן מער דעטאלן פון פעיסבוק באאמטע.

בילד: פעיסבוק טרעפט רוסישע רעקלאמעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל