טעקסאס – עס האט שוין יעדער פארגעסן פון האריקעין הארווי, וועלכע האט אנגעקלאפט טעקסאס מיט א שטארקייט, וויבאלד מען האט שוין נאכדעם געהאט האריקעין אירמא אין פלארידע, און יעצט גייט מען האבן א סעריע פרישע האריקעינס, ווי האזעי און מאריא, אבער די אידישע איינוואוינער אין יוסטאן, טעקסאס, האבן ווייט פון פארגעסן פון הארווי, וויבאלד זיי לעבן מיט די קאנסעקווענצן דערפון און זיי גרייטן זיך יעצט צו צו פראווען ראש השנה תשע"ח אין שאטן פונעם האריקעין. 3 גרויסע יוסטאנער שוהלן האבן געליטן אזעלכע שאדנס, אז זיי וועלן נישט קענען זיין אפן אויף ראש השנה, און יעדער פון די 3 גיט זיך אנדערש אן עצה. די "בית ישורון" שוהל האט באקומען ערלויבעניש פון להבדיל א קירכע וועלכע פארמאגט א ליידיגע געביידע, עס צו נוצן פאר די תפילות אום ראש השנה, און מען האט געברענגט ספעציעלע "פראדזשעקטארס" וועלכע וועלן באשיינען די ווענט מיט בילדער וואס הענגען אינעם אריגינעלן, יעצט-געשעדיגטן, בית ישורון שוהל. די "יונייטעד ארטאדאקס" שוהל וועט פראווען די ראש השנה תפילות אין א שמחה זאל, און א אידישע פובלישינג פירמע האט מנדב געווען 400 שפאגל-נייע מחזורים.

בילד: יוסטאן'ס האריקעין-געשעדיגטע שוהלן און ראש השנה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל