מאסקווע – א געריכט אין רוסלאנד האט אפגעווארפן א פארלאנג וואס די קינדער און פאמיליע פונעם חסיד אומות-העולם ראאול וואלענבערג האט אריינגעגעבן. וואלענבערג, וועלכער האט געדינט אלס שוועדישער דיפלאמאט אין אונגארן ביים צווייטן וועלט קריג, איז באקאנט אלס איינס פון די גרעסטע אידן רעטער אין לויף פונעם קריג, ווען ער האט דארטן פארטיילט פאלשע דאקומענטן פאר טויזנטער אידן, וואס האט געהאלפן אז די אידן זאלן זיך קענען אידענטיפיצירן אלס בירגער פון נייטראלע לענדער און אזוי ארום געראטעוועט געווארן פון דעפארטירט ווערן צו די טויט לאגערן. וואלענבערג איז דאס לעצטע מאל געזען געווארן בשעת די רוסן האבן אריינמארשירט קיין בודאפעסט און עס באפרייט פון די נאציס, און ער איז דאן גענומען געווארן אונטער רוסישן ארעסט, וואו ער איז ווארשיינליך געשטארבן. די וואלענבערג פאמיליע האט געוואלט צווינגען די רוסישע עף-עס-בי שפיאנאזש אגענטור ארויסצוגעבן אלע דאקומענטן און אלעס וואס זיי ווייסן איבער וואס עס האט פאסירט מיט זייער פאטער, וויבאלד זיין קערפער איז קיינמאל נישט ארויסגעגעבן געווארן, אבער א רוסישע געריכט האט אפגעווארפן די ביטע.

בילד: וואלענבערג פאמיליע פארלאנג צוריקגעוויזן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל