סעאל – נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן אמעריקאנער מיליטערישע באמבארדירונג דרילס העכער קארעא, מיט'ן ציל צו שיקן א דירעקטן און שארפן מעסעדזש פאר דעם קאמוניסטישן רעזשים אין צפון קארעא, אז אמעריקע מיינט עס גאנץ ערנסט מיט די סטראשונקעס, אז זיי זאלן אויפהערן מיט נוקלעארע אנטוויקלונגען און מיסיל טעסטן. די באמבארדירונג דרילס, וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן מיט 2 "בי-1-בי" באמבארדירער פליגערס און 4 "עף-35" פליגערס אינאיינעם מיט דעם דרום קארעא מיליטער, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט קאטעגאריש געזאגט אז דער פענטאגאן האט פולקאם גרייט א סעריע מיליטערישע אפציעס וויאזוי צו פארזיכערן אז צפון קארעא וועט מער קיינמאל נישט קענען אנשרעקן די וועלט, וואס דאס זענען געווען מעטיס' שארפסטע מיליטערישע ווערטער קעגן צפון קארעא ביז היינט. מעטיס האט אבער געזאגט אז דערווייל האט אמעריקע נאכנישט געפונען פאר וויכטיג אראפצושיסן די צפון קארעא טעסט מיסילס.

בילד: באמבארדירונג דרילס העכער קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל