עסטרייך – נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג צווישן פארשטייער פון די פאראייניגטע שטאטן און די איראנער רעגירונג, אין די הויפטקווארטירן פון דער יו-ען אטאמישער ענערגיע אגענטור אין וויען, עסטרייך, וואו עס איז אויפגעברענגט געווארן די אישו פון אינספעקציעס אויף איראנ'ס אמאליגע נוקלעארע איינריכטונגען. איראנ'ס פארשטייער האבן געזאגט אז זיי האלטן זיך פולקאם צום אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן מיט אמעריקע אין יאר 15', און געבן פולע צוטריט פאר די יו-ען אינספעקטארס – א זאך וואס די יו-ען באאמטע האבן באשטעטיגט, אבער די אמעריקאנער פארשטייער, אין שפיץ פון ענערגיע סעקרעטאר ריק פערי, האבן געזאגט אז די אינספעקציעס דארפן זיין מער שטייף און אין מער ערטער. געציילטע שעה בעפאר דער זיצונג אין וויען, האט מען געהערט שארפע קאמענטארן פונעם איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני, וועלכער האט געסטראשעט אז טראמפ זאל אפילו נישט חלומ'ען פון צערייסן דעם יאר 15' אפמאך, ווייל אויב וועט אמעריקע ארויסציען פונעם דיעל, וועט אמעריקע צאלן א טייערן פרייז.
הוסף רשומת תגובה