פארטא ריקא – האריקעין מאריא, וועלכע רוקט זיך נענטער צו דער אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא און די קאריביען אינזלען, איז נעכטן פארשטערקערט געווארן צו א קאטעגאריע 5 האריקעין מיט ווינטן פון 160 מייל פער שטונדע, וואס א קאטעגאריע 5 איז די העכסטע קלאסיפיקאציע פאר א האריקעין, און די אמעריקאנער נאציאנאלע וועטער באאמטע האבן געווארנט אז די ווינטן וועלן ווערן נאך שטארקער, בעפאר עס וועט אנקלאפן אין די קאריביענס. מאריא איז ערווארטעט היינט אנצופאלן פארטא ריקא, וואו עס איז דערקלערט געווארן א סטעיט אוו עמורדזשענסי, און די אויטאריטעטן האבן דערקלערט ספעציעלע קאנטראלן אויף די סופליי פון וויכטיגע עסנווארג, צו פארזיכערן אז עס איז דא גענוג פאר יעדן איינעם. אין דער זעלבער צייט וועט מען היינט שפירן אין פילע איסט קאוסט שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק סיטי, שווערע ווינטן און רעגנס, פון טראפישן שטורעם האזעי וועלכע בושעוועט אינעם אטלאנטישן אקעאן. צווישן אנדערע האריקעינס וועלכע קאכן זיך אינעם אטלאנטיק, איז האריקעין נארמע, וועלכע שטעלט אין געפאר דעם לאס קאבאס אינזל אין מעקסיקא, און האריקעין לי וועלכע איז למעשה אפגעשוואכט געווארן און וועט פארבלייבן אין ים.

בילד: האריקעין מאריא איז מאקסימום קאטעגאריע 5

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל