היינט מיטוואך אינדערפרי האט די מאריא שטורעם געגרייכט מיט איר פולסטע קראפט צום אינזל פון פארטא ריקא, נאכ׳ן אנמאכן שווערע שאדנס אויף די דאמיניקא אינזל אין די קאריביער אינזלן. דערווייל ווערט געשאצט אז די שטורעם האט געקאסט 7 לעבנס אויף דעם אינזל און געברענגט מאסיווע שאדנס צו אירע געביידעס און אינפרוסטרוקטור. עס איז דערווייל נישטא קיין געהעריגע פארבינדונג צו די אינזל, און די אפיציעלע רעגירונג געביידעס און איינריכטונגען זענען אלע פארניכטעט געווארן אין דעם שטורעם.

די האריקעין קומט אן קיין פארטא ריקא אלס קאטעגאריע 4 מיט א שטארקייט פון ווינטן דער גאווערנער פון פארטא ריקא האט געזאגט אז זיין אינזל גרייט זיך פאר א ״טאטאלע קאטעסטראפע״ און אז זיי זענען אינגאנצן נישט צוגעגרייט פאר אזא שטורעם וואס קען רואינירן די מערהייט פון אלע געביידעס אין פארטא ריקא. ער האט עס באצייכנט אלס די שטערקסטע שטורעם וואס האט באטראפן פארטא ריקא סיי ווען אין די היסטאריע. די שטורעם איז אזוי שטארק אז עס האט באלדיג אפגעבראכן צוויי וועטער ראדארן אויפ׳ן אינזל, און מען הערט שוין באריכטן איבער רואינירטע געביידעס און שווערע שאדנס צו אינפרוסטרוקטור.

בילד: האריקעין מאריא ברענגט שווערע חורבנות פאר פארטא ריקא און קאריביער אינזלן




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל