א מעכטיגע ערד ציטערניש האט אויפגעשאקלט דעם הויפטשטאט מעקסיקא סיט און די ארומיגע געגענטער איבערלאזנדיג צענדליגע הייזער אין ברוכווארג און דערווייל איז שוין באריכטעט איבער מער פון 200 טויטפעלער און די צאל איז נאך ערווארטעט צו שטייגן דראסטיש נאכדעם וואס מען גייט פאראויס מיט די רעטונג ארבייט, אויטאריטעט זאגן אז מעקסיקא האט שוין לאנגע יארן נישט געזען אזא טויטליכע קאטעסטראפע

די ערד ציטערניש האט נעכטן אויפגעשאקלט דעם הויפט שטאט און אומגעווארפן הויכע געביידעס, באגראבנדיג אונטער זיי פילע הונדערטער מענטשן, די רעטונג ארבייטער זענען גענצליך פארלוירן און אומבאהאלפן וויבאלד ארום האלב פון די שטאט האט אפילו נישט קין געהעריגע עלעקטעריציטעט און טעלעפאן פארבינדונג, און זיי האבן אפעלירט פאר אינטערנאציאנאלע הילף צו אנגיין מיט קריטישע רעטונג ארבייט.

צווישן די אומגעפאלענע געביידעס געפונען זיך שולעס מיט קינדער און שפיטעלער, די ערד ציטערניש פון 7.1 אויפ׳ן ריכטער וואג האט געטראפן אין צענטער פונעם הויפטשטאט, און איז געקומען פונקט אויפ׳ן יארטאג פון א גאר טויטליכע ערדציטערניש וואס האט באטראפן די שטאט אין 1985 אין וועלכע פילע טויזנטער זענען אומגעקומען, און דערווייל איז נאך צו פריה צו אפשאצן די פולע שאדן פון דעם יעצטיגן ערד ציטערניש.

בילד: מאסיווע ערד ציטערניש זייעט אן כאאס און טויט אין מעקסיקא

בילד: מאסיווע ערד ציטערניש זייעט אן כאאס און טויט אין מעקסיקא

בילד: מאסיווע ערד ציטערניש זייעט אן כאאס און טויט אין מעקסיקא

בילד: מאסיווע ערד ציטערניש זייעט אן כאאס און טויט אין מעקסיקא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל