פון יש ברירה

די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן אין סיריע האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדעג אז די שלאכט איבער ראקא - די דע פאקטא אייסעס הויפשטאט - האלט אין אירע לעצטע שטאפלן. לויט די באריכט האבן שוין די רעבעלן קאנטראל אויף 80% פון די שטאט.

גלייכצייטיג האט די אבסערוועטערי פאר מענטשן-רעכטס אין סיריע ארויסגעלייגט א אייגענע באריכט היינט מיטוואך, ווי זיי שרייבן אז די רעבעלן האלטן שוין קאנטראל אויף אזויפיל ווי 90% פון ראקא. "די פארבליבענע אייסעס מיליטאנטן זענען שוין כמעט אויסגעלאפן פון עסן און געווער", שרייבט די אבסערוועטערי, און די לעצט פארבליבענע שוועריקייט איז איבער איין פארבליבענע שטיק לאנד וועלכע איז אנגעזייט מיט מינעס.

אין די באריכט איבער די סטאטוס פון אייסעס אין ראקא שרייבן זיי, אז לויט זייער שאצונג, זענען פארבליבן בלויז 300-400 אייסעס קעמפער אינעם שטאט.

אין די זעלבע צייט, קומט יעצט פאר א גאר דראמטישע אנטוויקלונג אין דאיר-על-זאהר (א פלאץ וואס אייסעס האט געהאלטן פאר דריי יאר און איז לעצטענס געווארן צוריק גענומען דורך די סיריע ארמיי), ווען די סירישע כוחות האבן אריבערגעשפרייזט די טייך וואס האט זיי אפגעטיילט פון די טעריטאריע געהאלטן דורך אמעריקאנער געשטיצטע רעבעלן, און די סירישע ארמיי קומט יעצט נענטער צו זיי.

ביידע זייטן צילן די זעלבע אייסיס רעשטן וואס זענען נאך פארבליבן אינדערמיט, און א קאנפליקט קען אויסברעכן צווישן זיי צו יעדע צייט.

בילד: רעבלען איינגענומען איבער 90% פון אייסיס הויפטשטאט ראקא

מאפע: די קריג אין דאיר-על-זאהר, צווישען די סירישע מיליטער און אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל