טעקסאס – "האום דיפאו" און ענליכע סארט גרויסע הארדוועיר געשעפטן איבער'ן לאנד, דערווארטן צו פארדינען און ווערן גאר רייך פון די נאכווייען פונעם היסטארישן האריקעין הארווי, יעצט אז די איבערבוי פון די צענדליגער טויזנטער חרוב'ע הייזער הייבט זיך אן. אן אינטערעסאנטע "רויטערס" באריכט האט באזונדער דעטאליזירט אז האום דיפאו האט פאקטיש אונטערגענומען פארשידענע שריט ארויסצוהעלפן מיט'ן האריקעין נאך בעפאר ס'איז אפילו אנגעקומען, און זיי ווערן דערפאר שטארק אויסגעלויבט. דער באריכט צייגט אז דריי טעג בעפאר האריקעין הארווי איז בכלל אנגעקומען, האבן די הויפט עקזעקוטיוון פון האום דיפאו זיך צוזאמגעזעצט פאר אן עמורדזשענסי זיצונג אין זייערע הויפטקווארטירן אין אטלאנטא, דזשארדזשיע, און האבן ארויסגעגעבן עטליכע פארארדענונגען, אריינגערעכנט אז פרייזן אויף פּלייוואוד האלץ, גענעראטארן און עלעקטראנישע זעגן זאלן נישט געהעכערט ווערן פאר עטליכע וואכן, און אויך אז די אלע מאטעריאל וואס וועט זיין וויכטיג פאר איבערבוי פון חרוב'ע הייזער, זאלן גערוקט ווערן פון די פאדערשטע פאליצעס פון אלע זייערע פיליאלעס אין טעקסאס, אז מען זאל עס קענען גרינגער טרעפן. אויך זענען געשיקט געווארן 700 אנגעפילטע טראקס מיט פרישע סופלייס פאר אלע האום דיפאו פיליאלעס אין טעקסאס. ס'איז ארויסגעהויבן געווארן אז כאטש האום דיפאו וועט טאקע מאכן גרויסע פראפיטן, האבן זיי אבער זיך אויך שיין צוגעשטעלט אין שאטן פונעם האריקעין.

בילד: האום דיפּאו גייט פארדינען פון הארווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל