ניו יארק – דער ארטאדאקסישער אסעמבלימאן מיכאל שימאנאוויטש ע"ה איז נפטר געווארן, עטליכע מאנאטן נאכדעם וואס ער איז צום צווייטן מאל דיאגנאזירט געווארן מיט דער ביטערער מחלה ל"ע. מיכאל האט געדינט אלס אסעמבלימאן פון קווינס, און איז אין לויף פון זיינע יארן געווען א שטארקער אדוואקאט און קעמפער פאר די אינטערעסן פון חרדי'שע אידן לענגאויס ניו יארק סטעיט. ער האט געדינט זינט יאר 11', ווען ער האט געווינען א ספעציעלן וואל פארמעסט פאר'ן ליידיגן זיץ, און ווען די נייעס איבער זיין פטירה איז אנגעקומען מוצאי שבת, האט מען געהערט פילע באגריסונגען, אריינגערעכנט פון גאווערנאר ענדרו קאומא, וועלכער האט זיין טרויער-סטעיטמענט געענדיגט מיט די ווערטער "יהי זכרו ברוך", און אסעמבלי פירער קארל היעסטי, וועלכער האט זיך באטייליגט נעכטן זונטאג ביי דער לוי'. עס איז אנגעצייגט געווארן אז יעצט וואס שימאנאוויטש לעבט מער נישט, זענען פארבליבן בלויז 2 פרומע אידן אינעם ניו יארק סטעיט אסעמבלי, דוב הייקינד פון ברוקלין און דוד וועפרין פון קווינס.

בילד: באליבטער אסעמבלימאן ר' מיכאל שימאנאוויטש ע"ה נפטר געווארן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל