קוועלער אינערהאלב דאס ווייסע הויז האבן געזאגט פאר די פרעסע אז דער פרעזידענט איז ״ערשיטערט״ און ״צוטראגן״ צוליב דעם וואס זיין לאנג-יעריגער פריינט און לייבוועכטער קיעט שילער האט באשלאסן צו פארלאזן דאס ווייסע הויז פאר א בעסער פאזיציע אין די פריוואטע סעקטאר. שילער איז שוין 20 יאר נעבן דעם פרעזידענט און ווערט באטראכט אלס זיין נענטסטער מענטש, אינערליכע קוועלער אינעם ווייסן הויז זאגן אז ער איז געווען דער ערשטער פאר וועמען דער פרעזידענט האט פארטרויעט זיינע פראבלעמען און זיך דורכגעשמועסט.

טראצדעם וואס זיין אפיציעלע טיטל איז געווען ״דירעקטאר פון אוועל אפיס אפעראציעס״ האט ער זיך נישט אוועקגערירט פונעם פרעזידענט און האט געהאט א שטארקע איינפלוס איבער אלס וואס פאסירט אין ווייסן הויז. אבער די רעגירונג געהאלט פון $165,000 יערליך איז ווי עס שיינט געווען צו ווייניג און ער איז געגאנגען זוכן בעסערע גליקן. די זעלבע קוועלער זאגן אז ער פארלאזט ווארשיינליך אויך צוליב דעם וואס דער יעצטיגע שטאב הויפט קעלי האט באגרעניצט צוטריט צום אוועל אפיס און זוכט צו קאנטראלירן דעם פרעזידענט, א זאך וואס האט געשטערט פאר שילער וואס פלעגט ביז דאן נאכאנאנד פארברענגען מיט׳ן פרעזידענט אין אוועל אפיס, די לעצטע כוואליע פון רעזיגנאציעס אין ווייסן הויז טוט שטארק עפעקטירן דעם פרעזידענט וואס בלייבט נישט איבער מיט פילע פון זיינע נאנטע פריינט פון די פריערדיגע יארן און ער ווערט איזאלירט.

בילד: טראמפ מיט זיין לאנג-יעריגער פריינט און לייבוועכטער, קיעט שילער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל