הילערי קלינטאן וועט פאבליצירן קומענדיגע  וואך איר נייעם בוך אונטערן קעפל ״וואס איז געשען״ אין וועלכע זי וויקלט אויף די קייט פון געשעענישן וואס האבן געפירט צו די אויסגאנג פון די וואלן, אינעם בוך באשולדיגט זי רוסלאנד און דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי. אבער זי שוינט נישט אפ איר דעמאקראטישע אפאנענט בערני סאנדערס, א גאנצע קאפיטל אינעם בוך ווידעמט זי צו אראפרייסן איר געוועזענע קעגנער, זי באשולדיגט אים אין פירן א שמוציגע קאמפיין קעגן איר, און פרובירט צו אראפרייסן איר כאראקטער. זי שרייבט ״וויבאלד עס זענען נישט געווען קיין ריכטיגע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן אונז האט ער געדארפט אויפקומען מיט א וועג וויאזוי מיך צו אראפברענגען, און ער האט באשלאסן צו פארדרייען די פאקטן מיך צו מאכן אויסקוקן ווי א ליגענערטע, א זאך וואס האט שפעטער געהאלפן דאנעלד טראמפ מיט זיין קרומע הילערי קאמפיין״ צווישן אנדערע שרייבט זי אויך אז זי איז נישט זיכער ווי שטארק עס שטערט פאר בערני אז זי האט פארלוירן ״ער איז נישט קיין דעמאקראט, ער איז אריינגעקומען אינעם פארמעסט אלס דרויסנדיגער וואס פרובירט צו טוישן די דעמאקראטישע פארטיי״.

בילד: הילערי קלינטאן קומט ארויס מיט שארפע קריטיק קעגן בערני סאנדערס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל