אין די לעצטע וואכן איז פארגעקומען א העפטיגע קאמפיין אין די ראן-אפ פארמעסט אין די רעפובליקאנער פריימעריס אין אלאבאמא, אויף ווער עס זאל זיך פארמעסטן אין די ספעציעלע וואלן וועלכע וועלן אפגעהאלטן ווערן צו ערזעצן דעם סענאט זיץ פון אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס אין אלאבאמע. דער פרעזידענט האט שטארק קאמפיינט פאר׳ן צייטווייליגן סענאטאר לוטער סטרענדש, און האט אפגעהאלטן עטליכע ראלי׳ס פאר אים, אבער נעכטן האט זיין קעגנער - דער מער עקסטרעמער קאנדידאט - רעי מאָר געווינען מיט א באקוועמע מערהייט.

דער פרעזידענט האט גאנץ  קלאר געמאכט ביי די ראלי׳ס אין אלאבאמא, אז א פארלוסט פאר סטרענדש וועט זיין א פערזענליכע קלאפ פאר אים, און האט נעכטן געשריבן אויף טוויטער אז ער בעט פערזענליך זיינע שטיצער זאלן ארויסגיין אין די מאסן וויילן פאר סטרענדש, אבער די טוויטס זענען שוין געווען אויסגעמעקט היינט אינדערפרי.

רעי מאָר רעפרעזענטירט מער די אנטי עסטעבלישמענט ווינט אין די דרום שטאטן. מיט מאַָר האבן קאמפיינט עטליכע פרא-טראמפ פיגורן, א שטייגער ווי בען קארסען און סטיוו בענאן, אבער דער פרעזידענט האט קאמפיינט פאר סטרענדש וויבאלד ער האט א בעסערע שאנס צו באזיגן די דעמאקראטישע קאנדידאט, אצינד ווען מאָר האט געווינען האט די דעמאקראטישע קאנדידאט עטוואס אויסזיכטן צו איבערנעמען דעם זיץ.

בילד: רעי מאר געווינט רעפובליקאנער פריימעריס פאר ספעציעלע וואלן אין אלאבאמא

טוויט: די שוין-אויסגעמעקטע טוויט פון טראמפ אז לוטער סטרענדזש'ס נומערן "שיסט ארויף" זינט די פרעזידענט'ס אינדארסירונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל