דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשעימס מעטטיס איז היינט אינדערפרי אנגעקומען אויף א באזוך אין אפגאניסטאן אינאיינעם מיט דער נאט״א הויפט גענעראל יאנס סטאלענבערג, און א קורצע צייט נאכדעם וואס ער האט פארלאזט דעם לופטפעלד האבן זעקס ראקעטן אויפגעריסן דארט, ווארשיינליך ציהלנדיג דעם סעקערטאר.

אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע, און געזאגט אז דאס קומט צוליב די דראסטישע טרופן העכערונג וואס די פענטאגאן האט אנאנסירט. לויט די ארטיגע אויטאריטעטן זענען ארום 5 ציווילע פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע.

בילד: דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשעימס מעטטיס אויף א באזוך אין אפגאניסטאן

בילד: אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשעימס מעטטיס מיטן אפגאניסטאנער פרעזידענט אשראף גאני

בילד: רויך פון די ראקעטן לעבן די קאבול לופטפעלד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל