די אויטאריטעטן אין די קאטאלאניע ראיאן פון שפאניע גרייטן זיך צו אפהאלטן א רעפערענדום קומענדיגע וואך דינסטאג, און זוכן צו דערקלערן זעלבסשטענדיג און זיך אפרייסן פון שפאניע, אבער די צענטראלע רעגירונג אין שפאניע זאגט אז זיי וועלן נישט אנערקענען די רעזולטאטן און אונטער די שפאנישע קאנסטיטוציע האט קאטאלאניע נישט די לעגאלע רעכט צו פאררופן אזא רעפערנדום.

די שפאנישע רעגירונג האט געזאגט אז זיי וועלן נעמען ערנסטע שריט צו אינפארסירן דאס געזעץ און אויב עס וועט זיך אויספעלן וועלן זיי שיקן פאליצייאישע קרעפטן צו אפהאלטן די שטימען און פארשפארן די שטים בודקעס, א זאך וואס קען ברענגען געפארפולע קאנפראנטאציעס צווישן די טרופן און די לאקאלע אויטאריטעטן.

נעכטן האט זיך דער שפאנישער פרעמיער מיניסטער מאריאנא ראזשאוי געטראפן מיט פרעזידעט טראמפ און האט באוויזן צו באקומען די פולסטע שטיצע פון פרעזידענט טראמפ וועלכער האט געזאגט אז די פאזיציע פון אמעריקע איז אז שפאניע דארף בלייבן פאראייניגט און קאטאלאניע זאל זיך נישט אפרייסן.

בילד: פרעזידענט טראמפ מיט דער שפאנישער פרעמיער מיניסטער מאריאנא ראזשאוי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל