מדינת ישראל האט געליטן א דיפלאמאטישע דורכפאל אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע, ווען - טראץ זייער שטארקע קעגנערשאפט - איז געלונגען פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט צו באקומען אנערקענונג פון די ״אינטערפאל״ אינטערנאציאנאלע פאליציי, און וועט זיך אנשליסן אין די ארגאניזאציע אזוי ווי א זעלבסשטענדיגע לאנד, נאכדעם וואס די פעלקער פאראיין האט אפגעהאלטן א אפשטימונג דערויף.

אויסער די סימבאלישע זיג וואס גיט פאר די פאלעסטינער אנערקענונג אלס א לאנד, הערשט א זארג אין מדינת ישראל אז זיי קענען אויסנוצן זייער פאזיציע אינעם ארגאניזאציע צו איינרייכן קלאגעס קעגן מדינת ישראל פאליטיקאנטן און מיליטערלייט. אזוי אויך באקומען זיי צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע, וואס קען שאטן פאר די מדינת ישראל פאליציי אין זייער קאמפ קעגן פאלעסטינער טעראר.

בילד: פאלעסטינער אויטאריטעט וועט באקומען מיטגלידערשאפט אין אינטערפאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל