די רעפובליקאנער פירערשאפט האט ארויסגעגעבן היינט א פלאן פון 9 בלעטער אין וועלכע זיי דעטאלירן די פלענער פאר שטייער רעפארם, וואס באדייט פון טיפע שניטן. דאס נעמט אריין שניטן סיי פאר די רייכע, און אויך פאר די מיטל קלאס און ארימעלייט, די ערשטע 12,000 וואס א אינדיווידועל פארדינט, וואס באדייט אז ביז 24,000 איז שטייער פריי. אזוי אויך וועט זיין בלויז דריי קאטעגאריעס פון שטייערן, די ארימע וועלן צאלן בלויז %12 און דאן ארום %20 פאר מיטל קלאר, און %35 פאר די רייכע. עס ווערן אויך פארגעשטעלט מער שטייער קרעדיטס פאר פאמיליעס מיט קינדער, און פאר טשאריטי צוועקן.

אנאליסטן שאצן אז דאס קען קאסטן ארום 2.3 טריליאן דאלער פאר די רעגירונג איבער די קומענדיגע צען יאר, און עס איז נישט קלאר וויאזוי מען וועט אריינברענגען דעם דעפעציט פאר די רעגירונג קאסע. אזוי אויך ווילן זיי מאכן די גאנצע סיסטעם מער איינפאך און דער פרעזידענט האט געזאגט אז אונטער דעם נייעס סיסטעם וועט א פאמיליע קענען אויסרעכענען זייערע שטייערן אויף א איינצעלע פאפיר און נישט דארפן קיין בוכהאלטער.

די דעמאקראטן וועלן האבן א שווערע ארבייט מיט׳ן זיך קעגנשטעלן קעגן שטייער רעפארם וויבאלד עס איז פאפולער צווישן מיטל קלאס אמעריקאנער, עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן שוין צוגעזאגט פאר די ווייסע הויז זייער שטיצע, אבער די פירערשאפט האט שוין געזאגט אז די הויפט בענעפיטירער פון די רעפארמען זענען די גאר רייכע קארפאראציעס און וועלן זיך דעריבער קעגנשטעלן.

בילד: נאך די טויט פון העלט קעיר רעפארם: רעפובליקאנער זוכן דראסטישע טעקס רעפארם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל