אויספארשער קוקן אצינד אריין אין ארום 3000 עדס וואס רוסישע קוועלער האבן געקויפט אויף סאציאלע מידיע אין די צייט אפשניט פון די וואל קאמפיין, פאר די קאסט פון ארום $150,000. די עדס האבן געצילט צו פארשטערקערן די צוטיילונג און ריס צווישן אמעריקאנער וויילער און האבן דירעקט אדרעסירט האקעלע נושאים, היינט איז אויפגעדעקט געווארן אז די עדס האבן אויך קאמפיינט פאר סאנדערס, און דאן פאר טראמפ און דשיל סטיין פון די גרינע פארטיי, אלע פון זיי קעגנער פון הילערי קלינטאן וועלכע איז גאר פארהאסט ביי די רוסן, און זיי האבן זיך געפארכט פון איר ערוויילונג, די עדס ווערן יעצט אויסגעפארשט, אבער פארשער זענען ביי די מיינונג אז קיין איינע פון די קאנדידאטן האט נישט געוויסט איבער די אומגעבעטענע הילף וואס זיי קריג פון די רוסן.

בילד: רוסן האבן פינאנצירט פעיסבוק עדס פאר סאנדערס, סטיין און טראמפ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל