אין די לעצטע טעג איז אנטשטאנען א שטורעם ווען עס איז באקאנט געווארן אז דער געזונטהייט סעקערטאר טאם פרייס האט גענוצט א פריוואטע פליגער באצאלט פון שטייער געלטער פאר זיין אפיציעל אנלעגנהייטן, פרעזידענט טראמפ האט היינט רעאגירט דערצו זאגנדיג אז ער איז נישט צופרידן דערפון, און אז ער וועט אריינקוקן דערין. ווען ער איז געפרעגט געווארן אויב ער וועט אפזאגן פרייס האט טראמפ געענטפערט ״מען וועט זעהן״ און נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט.

לויט די באשולדיגונג איז פרייס געפארן אין ארום 24 אנדערע געלעגנהייטן מיט פריוואטע פליגערס, א זאך וואס האט אריינגעצויגן קאסטן פון ארום 300,000$ אין שטייער צאלער געלטער, געווענליך טוען רעגירונג באאמטע פארן מיט געווענליכע פליגערס צו שפארן שטייער געלטער. פרייס האט זיך פארענפטערט אז ער האט געוואלט שפארן צייט, עס איז אבער איראניש אז פרייס וועלכער איז א אויסגעשפראכענע ווארטזאגער קעגן רעגירונג ספענדינג זאל פארשווענדן אזויפיל איבריגע שטייער צאלער געלטער.

Image result for tom price JET PERSONAL

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל