"מיר קענען ענדיגן די קאשמארן וואס ניו יארקער שטייען אויס, דורך מאדערניזירן די בעזים טראק פלאטע."

יוני הייקינד, קאנדידאט פאר ניו יארק סיטי קאונסיל'ס 44'סטער דיסטריקט, באגענוגענט זיך נישט מיט זיך אפרעדן איבער די טרעפיק און שמוציגע גאסן: ער טוט שוין פאקטיש עס צו ענדיגן. הייקינד האט נארוואס איבערגעגעבן א "ריינערע גאסן" פארשלאג פאר די ניו יארק סיטי דעפארטמענטס פון סאניטאציע און טראנספארטאציע, און לויט א קוואל פונעם מעיאר'ס אפיס איז דאס אן עכט פאטענציעלע לעזונג.

"די אישוס פון טרעפיק אנשטויסענישן, פארקינג פלעצער, גאסן ריינקייט און די טיקעטס וואס עס ברענגט מיט, זענען אישוס וואס אלע ניו יארקער ספראווען זיך דערמיט," האט הייקינד געזאגט. "וואס האבן די אלע זאכן אייניג? אלטערנעיט סייד פארקינג רעגולאציעס. אלטערנעיט סייד פארקינג איז איינגעשטעלט געווארן דורך די סאניטאציע דעפארטמענט אין די 1950 'ער יארן צו ערמעגליכן גרויסע בעזים טראקס צו רייניגן סיידוואלקס פון אנגעזאמעלטע מיסט, בעת עס האט פארלאנגט פון קארס זיך צו רוקן פון איין זייט ראוד צו די אנדערע. די טרעפיק אנלייגעניש איז גענוג שלעכט אין די פארנומענסטע שעות פון טאג. אלטערנעיט סייד פארקינג נעמט צו האלב פון אלע פארקינגס וואס איז דא אין א געגנט, און איך מיין אז רוב מענטשן וועלן איינשטימען אז די גאסן זענען נישט צי פיל ריינער ווען די אלטערנעיט סייד רעגולאציעס זענען אין קראפט. אין די זעלבע צייט קומען צו בערך 10,000 מער קארס אויף די ברוקלינער גאסן יערליך, און דער פראבלעם וועט בלויז ערגער ווערן."

הייקינד'ס לעזונג? העכסט-פארגעשריטענע גאסן וועקיום טרעקלעך וואס ארבעטן פיל בעסער. "די מאשינען זענען פיל בעסער צו גוט רייניגן אונזערע גאסן, און אין זעלבע צייט ברענגן פארלייכטערונג פאר דרייווערס פון די אלטערנעיט-סייד שוועריקייטן," האט הייקינד געזאגט. "די סארט שטארקע וועקיום מאשינען פארלאנגן נישט צו רוקן קארס צו אריינציען שמוץ, און די בעזים טראקס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומפערפעקטע רייניגערס (זיי פארשפרייטן אפט שמוץ, אנשטאט עס אוועקצונעמען). טוישן די סיטי'ס בעזים טראק פלאטע האט די מעגליכקייט צו ענדיגן טרעפיק אנגעלייגטקייט, צוריקשטעלן מער פארקינג פלעצער דורכאויס די פארנומענסטע שעות, און רעדוצירן אומ'יושר'דיגע שטראפן אויף איינוואוינער, און אין די זעלבע צייט וועלן זיי איבערלאזן ריינערע גאסן."

אין די פארגאנגענהייט האבן שוין סיטי באאמטע פרובירט צו עלימינירן אלטערנעיט סייד פארקינג, אבער די פלענער זענען קיינמאל נישט געגאנגען צי ווייט וויבאלד זיי האבן נישט אדרעסירט דעם עיקר פראבלעם: די בעזים טראקס און די מעטאדן וואס ווערן איצט גענוצט צו רייניגן די גאסן. הייקינד'ס לעזונג האט זיך שוין ארויסגעשטעלט זייער פראקטיש און ווירקזאם אין טאראנטא, מאנטרעאל, באלטימאר, אטלאנטיק סיטי און פאריז - ווי מען נוצט שוין די וועקיום טרעקלעך מיט גרויס סוקסעס. הייקינד רופט אנצוהייבן א פראבע-פראגראם מיט די טראקס אין זיין דיסטריקט.

"די לעזונג וואס איך שלאג פאר איז שפארזאם - עס וועט עווענטועל שפארן געלט פאר די שטאט און אויך די איינוואוינער," האט הייקינד געזאגט. "דאס בעסטע איז, ניו יארקער וועלן עס ליב האבן. ריינערע גאסן, ווייניגער טרעפיק, ווייניגער מוטשענישן... אלס א סיטי קאונסילמאן, איז דאס צווישן די זאכן וואס איך ציל צו דערגרייכן. בעזרת השם און מיט שווערע ארבעט, וועלן מיר אנקומען דערצו."

בילד: יוני הייקינד וויל ענדיגן 'אלטערנעיט סייד פארקינג' אפקומעניש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל