פון איבער די וועלט טוט מען שיקן הילף און וואלונטירן קיין פארטא ריקא, אבער אין שפיץ פון אלע באמיאונגען געפונט זיך ניו יארק. די היים פאר די גרעסטע באפעלקערונג פון פארטא ריקאנער אינדרויסן פון פארטא ריקא, דער גאווערנער ענדרו קואמאו איז ארפאגעפארן אהין מיט א פליגער וואס האט אריינגענומען וואלונטירן און אויך צענדליג טויזנטער פלעשער וואסער, באטעריען, דאכענעס און קינדער פראדוקטן. דער ניו יארקער מעיאר האט אפעלירט צו ניו יארקער צו ביישטייערן פראדוקטן פאר די געפלאגטע איינוואוינער פון פארטא ריקא און עס ברענגען צו די לאקאלע פייערס סטאנציעס. אין בארא פארק האבן לאקאלע אידישע עסקנים אפעלירט צו די איינוואוינער צו צייגן סאלידאריטעט און ברענגען ביישטייערונגען צו די לאקאלע סטאנציעס.

בילד: ניו יארק איינגעשפאנט צו העלפן פארטא ריקא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל