כינע איז, ווי באקאנט, די גרעסטע אויסלענדישע אינוועסטירער אין אמעריקאנער טרעזשורי באנדס, און שטענדיג ווען עס האבן זיך געמאכט אנגעצויגענע מאמענטן צווישן אמעריקע און כינע איז געווען א באהאלטענע אנגסט אויב און ווען די קאמוניסטישע רעגירונג וועט איינציען דעם פאסיק אויף די באנדס און אזוי ארום צושאקלען די באנד מארקעט מיט אלע ערנסטע קאנסקווענצן דערפון. טשיינע, דאקעגן, האט געקענט האבן מילדע זארגן אז דער פרעזידענט און קאנגרעס וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן אויפ'ן דעפיציט און לאזן קראכן די באנדס - וואס איז קיינמאל נישט געקומען ערנסט אין באטראכט ביז די יעצטיגע טראמפ עפאכע.

אבער עס זעהט אויס ווי כינע האט געטראפן אן אנדערע ליניע אוואו צו באפעסטיגן אירע שטעלונגען אז וואשינגטאן זאל עס הערן זייער קלאר און הויך: איינצוימען די ריעל עסטעיט אינוועסטירונגען אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א גאר שטארקע אפקלאנג אין ברוקלין, אפסטעיט, וואשינגטאן, פלארידא, קאליפארניע, און נאך.

א פרישע "מארגען סטענלי" באריכט שרייבט, אז ביז דעצעמבער וועט כינע האבן איינגעצויגן אויסלענדישע ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס מיט אן אטעם-פארכאפנדע 84 פראצענט.

דאס מיינט אויף אידיש גערעדט, פשוט פארשלאסן די פענסטער'ל פונעם גמ"ח.

די ריקצוג פון כינעזער געלט קומט אין די זעלבע צייט - ווארשיינליך אין דירעקטע רעאקציע - וואס אויסלענדישע געלט איז אנגעקומען צו אן אומגלויבליכע פופציג פראצענט פון ניו יארק ריעל עסטעיט אינוועסטירונגען. אין די פינעף יאר פריער איז די ראטע געווען ארום 30-20 פראצענט, אין 15 ' איז עס אריבער 40 פראצענט, און אין שפעט 16 ' און אנהויב 17 ' איז עס אריבער די ליניע פון 50%.

די טויש אין וואלוטע ווערדן האט לעצטנס צוגעשפילט צו די אמעריקאנער זייט, אז די אויסלענדישע געלטער זענען אויסגעקומען מער אין דאלארן, ממילא האלטן פילע אנאליסטן אז די אויסלענדישע ריקצוג פון טשיינע, און אינוועסטירער פון אייראפע און אפילו קאנאדא, וועט נישט בייסן אזוי שטארק, אבער ריעל עסטעיט סוחרים אין די העכערע קארידארן זענען באזארגט.

קאנסטראקשאן אין ניו יארק סיטי האלט יעצט אויף א ריזיגע שטאפל, ווען די "פערמיטן" פון פארלאפענעם יאר אנדערטהאלבן הייבן זיך אן באווייזן אויף די גאסן מיט די ערשטע פאזע קאנסטראקשאן, און אויף ווען די פראיעקטן וועלן אנהויבן מארקעטינג וועט שוין נישט זיין אזויפיל געיעג פון אויסלענדישע ביליאנערן צו כאפן די בעסטע אויסוואלן פאר גוטע פרייזן און קאמישאנס. האט אמעריקע עפעס ערנסטע פלענער פאר אינטערווענץ אין דעם געביט? דערווייל זעהט נישט אויס אזוי .

בילד: כינעזער ריעל עסטעיט מלחמה?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל